23.02.20. בליצביכער/יומן. Yoman 70

Gedeel met: Publiek

מאכן אלץ ניי. כ׳האב ממש ליב א ווארט וואס איז צווישן העברעיש און יידיש: ״חידוש״. דאס ווארט עקזיסטיקירט אויך אויף גריכיש, אן אפאקס/απαξ-hapax. ס׳גייט ניט נאר ארום נייאיקייטן, נייע זאכן. ”דערנייערונג” איז ווי אויב נייע מעשים קומען ארויס פון א שטרעמל אין דער גוטער שעה. און וואס איז ניי ווערט דלותדיק גיך אן עוואלואירט ווי אן ארעמע אנטיקוויטעט. און וואס דארפן מיר באטראכטן ווי אמת פריש און מחיהדיק? למשל ווען א פאר רבונים אייליק און טורד שטורעמען קיין אבו דאבי און מאכן אן אינטעררעליעזן כנס און עפענען פלוצעם אלע מיגלעכע בתי הכנסת, שולן, שטובעלעך מיט פייסעס אדער אן א האר אויפן קאפ, מיט גלחים פון אלע דתות און א צאל אימאמים פאר איסלטם. דייעניקע בילדן א טורעם, א מגדל, א באשניע פאר אלע מענטשן פון גוטן רצון און ווילן. קיימים אנשים כאלו, זיי זיינעם מקיים מיט די לייט וואס זיינען גוט, בארעמהארציק, וועלן פארזאמלען זיך און פייערן ווי פרעמד זיי וועלן בלייבן און דאך מאכן א קבלת-פנים פאר אלע געסט. זיי בלייבן פרעמדע נשמות אחוץ אז זיי זעלבסט. און שפילן א תפילות-שפיל וואו יעדער טרעפט חברים וואס קענען אומציען זיך מיט פריינדלעכער שינאה. אבער מע פליגט פון דרום, מערב, צפון און מזרך כדי צו האלטן פון דער לעצטער און נייער נחת אין דער וועלט. נייאיקייט איז ווי א שפיל פאר קינדלעך. די קינדער קוקן אויף נייע כלים מיט פארזיכט און ישר-כוח. נייאיקייטן דערשרעקן. ס׳איז שווער צו גלייבן אז א פרידומקע. מן שמיים, וואס קיינער האט אמאל אנטדעקט קומט פאר, אויס פון דעם מדבר. שווער צו דענקן אז חידושים זיינען צייכנען פון אומדערווארטעטע נפלאות און וועל פארבעסערן אונדזער געפיל פון מענטשלעכקייט.

א חידוש אויף יידיש האט מער. גענוי ווי די מערן וואס מע געניסט אויף דער גאס אין ישראל און טרינקט אין גלעזער מיץ אדער מערן אין א סופ – נו מממש אונדזער-זייער בארשטש, א סאלאט. זיי פארמערן די כוחות פון אונדזערע מוחות ווי הערינג אדער כען. חנדיק צו באפינדען זיך אין א רגע אין א מצב וואו אלץ אדער כמעט דאס גאנצע געוויסן וועט געכאפט מיט אומבאקאנטע אידעען, תעשיות, געדאנקען, טעכניק ארויסגעגאנגען פון שמאלץ-שכלים. אט זיינען חכמים ווי אמתע מבינים וואס ווערן מער אויף טויזנט איש אין קולטור און תרבותות. דא רעדן די ראלנדיקע גיגולים פון דעם גילגול ביז דעם גילגול אחר. חידושים זיינען אפט באטראכט ווי א שמידה אדער א בגידה. אן אומווענדונג פון וואס איז געוויס ביז נסתרדיקע אנטפלעקונגען. מיר זען נפלאות. אלע טעג. ניסים, ווונדער אלע טעג פול מיט מער ווי פיר-און-צוואנצי’ שעהען. און ביי דער שקיעת-השמש, די זון לויפט אוועק און אנידער אין ים און א חידוש איז ווי ווען ס’וועט שטערקער אנקומען און ווידער דערשיינען אין א חודש, א יאר. עס וועט גרעסער זיין. כאטש דאס איז נאר מיגלעך אויב די לייט באהאנדלען די חידושים מיט אייגען פון קינדער, כלאפטשיקעס – סיורפריזן און איבערראשונגען. א שמייכל. און א שמייכל ווערט אפט א חידוש אין א סך לענדער אומעטום אין דער גארער וועלט.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s