23.02.17. בליצביכער\יומן. Yoman 67

מע שרייבט, מע שרייבט און אנטדעקט אז ס׳שרייבט זיך מער און מער דורך גולמדיקע מכשיבים, מיט הויך טעכנישע כלים. מע שרייבט, זאגט אז דער מענטש האט שוין געשריבן פאר אוראלטע צייטן. אבער ״אוראלט״ צאלט מען ווי וויפיל יארן? ניין, יארן זיינען א ביסל קורצזיכטיק. יארהונדערטן מאכן מער זין כאטש הונדערט יאר איז ווי דאס נעכטיקע יאר, א שוינע-שנה פון נעכטן. און נעכטן איז כמובן שוין פארביי און עפענט זיך ווייניק אויף דעם ריזיקען ווערק פון שרייבן. היינט האב איך למשל א קאמפיוטער, א לאפטאפ, א נייד וואס הייסט א מאבילקע אין יידיש אדער אויך ״סעל/סעלולאר״. מאבילקע קומט נאך פון מזרך רוסלאנד, אונדגזער היימלאנד ארץ כנען. אבער א צאל לייט האבן שוין פארגעסן וואו איז ארץ כנען און וואס איז דער קשר מיט יידישקייט און די ממשות פון אונדזערע קיומער. נו, שיין, ווער האט געזאגט אז מיר וועלן שטארבן!

איך בין געבוירן געווארן מיט גרויסע, שווערע מאשינען און מיר האבן לאנגע יארן געטיפירט מיט פינגער און נעגל. און פאמעלעך געלארענט צו שאפן די ווערטער, קלאפן אויף דער מאשינע מיט מוח און כוח. אבער דאס איז פשוט או איציקע נייאיקייט. עפעס ווי מער ווי הונדערט יארן. אבער צי קלאפט עס מיט א געשיכטע פון מאות ומאות שוינענע טובות. מע האט געקלאפט און נאך אמאל געקלאפט און דאס איז אויך געווען שווער צו קאריגירן די געטיפערטע טעקסטן אז זיי ווערן מתקן זיין. תמיד נייע בלעטער. ווידער קלאפן און קלאפן. לאנגע שעהן פון ווירקלעכער סלאווערי… ”היינו עבדים”. און דאך ווי קנעכטן זיינען געווען אמתע עבדים אין אייראפע.

קוקט א מאל און איבערלייגט א שלישייה…קירצער ווי א סעקונדע… שרייבן האט אויסגעפונדען נאר אן עילוי. אין בין הנהרין, מעסופוטאמיע האט מען תמיד שטארק געארבעט, שנעל און מיט שכל. נו, די שטיינער ווארן פילפאלטיקע אין דעם איזור. מע נעמט א האמער און א טייטל, ניט צו לייענען א חומר, נייערט א פיק איינצוגראווירן א.. צעטל. ברור ניט קיין קוויטל אדער פתקא. די זאך איז ניט געווען רעליגיעז. די מעשה האט ניט געהאט א טעם פון אמונה. ניין. מע האט געשריבן אין חשבוניות און צאלונגען שטיינער, פרנסות, קאנטראקטן מזומען און געלט. און זיי האבן גענומען אלע געלט! אבער און דאס האבן די לייט איינגעגריפן אין שטיין פאר זיי האבן געטראכט אז מע קען שרייבן אויף פאפירוס.

און מען האט געצייכענט באזונדערע אותיות, פון אן אלף ביז א תו. מע האט געצייכענט אביעקטען אדער חיות און פאמעלעך האט מען דערפונען שטאנדיקע אלף-ביתים. און צווישן די צוויי גרויסע נהרים.

אלץ וואר נאך בסתר. מע קאן שרייבן א פריוואטן בריוו, מיט סתרדיקע ווערטער. ממש, עמעצער קאן פרוווען צו לייענען אדער אויפינדען די באדייטונגען פון צעטלעך און מיסיווען.

היינט איז עס שווערער צו שרייבן מיט דער האנט אדער צו דיקטירן א ליטערארישן חומר. די שטימע הערט זיך און א טעקסט וועט ווירטואל געדרוקט. און א שיגץ וועל פרווען אופצומאכן דעם מכשיר און גנבען אוצרות און סודות. א טייוול זאל כאפן אזוי א קליפה. גוט איז צו שרייבן און א שאנד פאר די גנבים. אבער ס׳זיצט אין אונדזערע תרבותות און אין די עלעקראנישע מוחות פון נייע קבצי נדבות.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s