א נעכטיקער טאג! וואס, וואס
א נעכטיקער טאג! וואס, וואס, פאר וואס? נעכטן וואר א טאג אבער אלע טעג מאכן נייע טעג און נייע נעכט. און נייע וואכן. אבער כ׳טראכט בטאג ווארין מיר שיינט אז מע זוכט מענטשן אין דער היינטצייטיקער תקופה. דאס איז ניט א פשוטע מעשה. א פאלק איז א פאלק, אזוי יכול להיות… מיר האבן הויזער און דארט לעבן שיינע קינדער מיט טאטע-מאמע, עלטערן, די זין און טעכטער פון אונדזערע קינדער. און דאס איז א לאנגע מגילה וואס מע האט אמאל געשריבן אין שינהדיקע געשעענישן. צוערשט געשריבן און אפשר שפעטער, מיט שכל און מוח האבן מיר דערציילט ווי מיר, די קינדער פון אונדזערע קינדער, האבן געוואנען די מלחמות וואס פרעמע פעלקער האבן געפירט אנטקעגן אונדז, בדור ודור. די משפחות האדמה האבן אויך קינדער. זיי האבן אויך יחוס און דאך דא איז א פראגע: יחוס אבער פרעמד, תומער אנדערע זריעה. ניינן. אוממיגעך.
די שילה איז וואו זיינען די לייט. ס׳קלינגט ממש אנאנים, אן א שם און דאס קלאפט ניט ווייל מיר האבן שמות און זיינען אזוי שטאלץ צו האבן א גוטן שם. נו, ס׳איז ניט געשלויגען, ניט געפלויגען. דעם נעכטיקן טאג און אלע טעגלעכע שעהען ווייזן אז ס׳געשעעט עפעס אין ארץ. ניין, ניט אמת אין ארץ נייערט אין מדינת ישראל. און אלץ געשעעט נאר אין העברעיש, אין ״ישראלישער- עברית ישראלית״ שפראך. לאמיר זאגן אז די לייט זיינען אויף דער גאס און שרייען און פראטעסטירן און גיין און לויפן, שפאצירן און מארשירן.
וואס הייסט ״דעמאקראציע״ אויף העברעיש? איך דענק, אזוי צו זאגן ״לדעתי״, אז דאס איז א פרעמד ווארט וואס רעדט ניט פון פאלק און רעגירונג און מאכט. דאס איז גלותדיק. אין דער מדינת ישראל מיינט מע עפעס אנדערש, באזונדעש, חידושדיק. מיר זיינען א מדינה חוקית- געזעצלעך, ציבורית- קאלעקטיוויסטיש, חברתית-מיט א געפיל פאר דער געזעלשאפט. דא זיינען ממש העברעישע ווערטער פון דעם מזרח התיכון. מיט ״דעמאקראציע״ קומען ארויף די קשיאות, ניט רעליגיעזע מוטשענעס, נייערט מע פילט ווי אין עפעס פון דער טשוזשבינע, פון אויסלאנד אין סלאוויש. אלע וויסן אז די יידן זיינען א גוט פאלק, קלוג און אינטעליגענט… אבער א ביסל… א ביסל פאסקודנע. אבער ס׳זיינען אמת ניט קיינע קולאקעס מיט קנוטן און געוואלד. חס ושלום. מיר וילן זיין צוזאמען. לעבן אלע צוזאמען. אליינקייט איז ניט פאר אונדז. אבער, נו, דעמאקראציע באדייט אז מע וואלט גערנע זען ״פרעמדע גויים״ אומעטום – א פאראדאקס און מיר זיינען גרייט צו לעבן מיט זיי… אדער זיי דארפן וווינען מיט אונדז. דאס איז אונדזער ״דעמאקראציע״ כאטש ס׳איז שווער ווי א לאך אין קאפ צו קלערן אזעלכע מצבים פאר בני אדם וואס רעדן ניט אונדזער לשון.
און פלוצעם, אט! אויף דער גאס אנטדעקט מע א פלאקאט פאר מער דעמאקראציע אין דער מאמע-לשון! חזק! אין יידיש און אויף אראביש, גם וגם, מע שרייט אין ביידע שפראכן.
און פלוצלינג שטייגט אן אינטואיציע. צי שטעכט׳ס אונדז אין די זייטן? ניין. פשוט אויף דער גאס קומען עטלעכע מיידלעך מיט א פלאקאט אין יידישער שפראך. און דאן, יא, פארגעס ניט קיינמאל אז דו ביסט געווען א צייט, לאנגע תקופות… אין דער גלות. און אוועק פון ארץ געדענק די מצות, דרך-הארץ און זיי דערקלערן אז דו זאלט באהאלטן ווי א מענטש. תמיד א מענטש. א פלאקאט אין יידיש בעת א דעמאנסטראציע אין מדינת ישראל איז מער דינא דמלכותא דינא. יידיש רופט און שרייט מיט רחמנות: בלייב ווער דו ביסט און זיי א מענטש. א וווילער מענטש און דו וועסט זען די קינדער פון דיינע קינדער.
פאר דעם פאטא – יצרה: Ethel Niborski
צילם: Eran Torbiner